טשו־בו און שעמיש
פֿון לאָרד דאַנסאַני
ס׳איז אַ מאָל געװען דער מינהג אױף דינסטיקן אינעם היכל פֿון טשו־בון אַז די פּריסטערס זאָלן אַרײַנגײן בײַ נאַכט און זינגען „ס׳איז פֿאַראַן קײנער אַחוץ טשו־בון“.
און די גאַנצע קהילה האָט זיך דערפֿרײט און אױסגעשריגן „ס׳איז פֿאַראַן קײנער אַחוץ טשו־בון“. און מען האָט דערלאַנגט האָניק טשו־בון, און מעל און פֿעטס.
און אַזױ האָט מען אים פאַרגערסערט.
טשו־בו איז געװען אַ געץ פֿון אַ נישקשהדיקער אַלטקײט, װי מען קען דערזען דורך דער פֿאַרב פֿונעם האָלץ. מען האָט אים אױסגעשניצט פֿון מאַהאָן, און נאָך דעם װאָס מען האָט אים אױסגעשניצט האָט מען אים אָפּפּאָלירט. האָט מען אים אױפֿגעשטלעט אױפֿן דיאָריטן פּעדעסטאַל מיט אַ פײַערטאָפּ פֿון פֿאָרנט פֿאַר ברענען בשׂמים, און די פֿלאַכע גאָלדענע טעלער פֿאַר פֿעטס. אַזױ האָט מען געדינט טשו־בון.
ער האָט זיכער דאָרטן געװען מער פֿון אַ הונדערט יאָר װען אײן מאָל האָבן די פּריסטערס אַרײַנגעקומען מיט אַן אַנדער געץ אינעם היכל פֿון טשו־בון און אים אױפֿגעשטעלט אױף אַ פּעדעסטאַל נעבן טשו־בוס, און געזונגען „ס׳איז פֿאַראַן אױך שעמיש“.
און די גאַנצע קהילה האָט זיך דערפֿרײט און אױסגעשריגן „ס׳איז פֿאַראַן אױך שעמיש“.
שעמיש איז געװען ממשותדיק אַ מאָדערנער געץ, און כאָטש דאָס האָלץ איז געװען געבעצט געאָװרן מיט אַ טונקל־רױטער טינט, האָט מען געקענט דערזען אַז מ׳האָט אים נאָר װאָס אױסגעשניצט. און מע האָט דערלאַנגט האָניק שעמישן װי אױך טשו־בון, און אױך מעל און פֿעטס.
די רציחה פֿון טשו־בון האָט נישט געװוּסט קײן צײַט־גערנעץ און ער איז געװען מלא־כּעס די גאַנצע נאַכט, און דער קומעדיקן טאָג איז ער נאָך געװען מלא־כּעס. דער מצבֿ האָט געפֿאָדערט נסים אױף גיך. חרובֿ מאַכן די שטאָט מיט אַ מגפֿה און דערהרגענען אַלע זײַנע פּריסטערס איז קױם געװען אין זײַן כּוח, האָט ער דערנאָך קאָנצענטרירט אַזעלכע געטלעכע כּוחות אַז ער האָט דאָך געהאַט אין באַפֿעלן אַ קלײן ערד־ציטערניש. „אַזױ“ֿ, האָט טשו־בו זיך געטראַכט, „װעל איך זיך באַשטעטיקן נאָך אַ מאָל װי דער אײנציקער גאָט, און מענטשן װעלן שפּײַען אױף שעמישן“.
טשו־בו האָט עס געװאָלט און געװאָלט און נאָך איז קײן ערד־ציטערניש נישט געקומען, װען פּלוצעם איז ער באַקאַנט געװאָרן אַז דער פֿאַרהאַסטער שעמיש האָט געהאַט די חוצפּה צו פּרוּװן אַן ערד־ציטערניש אױכעט. ער האָט זיך אָפּשגעטעלט זיך מתעסק זײַן מיטן ערד־ציטערניש און זיך צוגעהערט, אָדער בעסער געזאָגט געפֿילט, װעגן װאָס שעמיש האָט געטראַכט; װײַל געטער זײַנען באַקאַנט מיט װאָס טרעפֿט זיך אינעם שׂכל דורך אַ חוש װאָס איז אַנדערש פֿון אונדזערע פֿינף. שעמיש האָט געפּרװוּט מאַכן אַן ערד־ציטערניש אױכעט.
דעם נײַעם גאָטס ציל איז געװען משמעות זיך באַשטעטיקן. איך בין מסופּק צי טשו־בו האָט פֿאַרשטאַנען זײַן ציל, צי דער ציל האָט אים געאַרט; סע האָט געקלעקט אַ געץ װאָס איז שױן אין פֿלאַמען מיט קינאה אַז זײַן פֿאַרהאַסטער שׂונא איז געװען אױפֿן ראַנד פֿון אַ נס. דער גאַנצער כּוח פֿון טשו־בון האָט אױפֿן שטעל געביטן די ריכטונג און זיך געשעטלט מיטן גאַנצן האַרצן קעגן אַן ערד־ציטערניש, אַפֿילו אַ קלײנס. עס איז אַזױ געװען אינעם היכל פֿון טשו־בון במשך אַ ביסל צײַט, און דערנאָך איז קײן ערד־ציטערנישט נישט געקומען.
זײַן אַ גאָט און פֿאַרפֿעלן אױפֿטאָן אַ נס איז אַ ייִאושדיקע שפּירונג; ס׳איז עלעהײ, צװישן מענטשן, מ׳זאָל באַשליסן בײַ זיך אַ האַרציקן נאָס און עלעהײ נישט קײן נאָס זאָל קומען; ס׳איז עלעהײ מען זאָל פּרוּװן שװימען אין שװערע שטיװל אָדער זיך דערמאָנען אין אַ נאָמען װאָס מע האָט אין גאַנצן פֿאַרגעסן: אַלע די אָ יסורים זײַנען געװען שעמישעס.
און אום דינסטיק זײַנען די פּריסטערס אַרײַנגעקומען, און די קהילה, און זײ האָבן געדינט טשו־בון און דערלאַנגט אים פֿעטס, זאָגנדיק „אָ טשו־בו װאָס האָט אַלץ געשאַפֿן“ און דערנאָך האָבן די פּריסטערס געזונגען „ס׳איז פֿאַראַן אױך שעמיש“ און טשו־בו איז צו שאַנד און צו שפּאָט געװאָרן און האָט נישט גערעדט דרײַ טאָג.
זײַנען געװען הײליקע פֿײגל אין דעם היכל פֿון טשו־בון, און װען דער דריטער טאָג איז געקומען און די נאַכט דערפֿון, איז עס כּבֿיכול נתגלה געװאָרן צון שׂכל פֿון טשו־בון אַז ס׳איז געװען שמוץ אױפֿן קאָפּ פֿון שעמישן.
און טשו־בו האָט געשמועסט מיט שעמישן װי די געטער שמועסן, רירנדיק נישט קײן ליפּן און נישט צעשטערנדיק די שתּיקה, זאָגנדיק „ס׳איז דאָ שמוץ אױף דײַן קאָפּ, אָ שעמיש“. אַ גאַנצע נאַכט האָט ער געמורמלט אָבער און װידער „ס׳איז דאָ שמוץ אױף שעמישעס קאָפּ“. און װען ס׳איז געװאָרן קאַיאָר און מען האָט דערהערט קולער פֿון דער װײַטענס, איז טשו־בו יובלענדיק געװאָרן מיט די אױפֿװעקנדיקע זאַכן, און אױסגעשריגן ביז די זון איז הױך געװאָרן, „נו, שעמיש װאָלט געאָװלט װערן אַ גאָט“. אַזױ איז שעמיש צעטומלט געװאָרן.
און אום דינסטיק איז מען צוגעקומען און אָפּגעװאַשט זײַן קאָפּ מיט רױז־װאַסער, און מען האָט אים נאָך אַ מאָל געדינט װען זײ האָבן געזונגען „ס׳איז פֿאַראַן אױך שעמיש“. און נאָך איז טשו־בו מרוצה געװען, װײַל ער האָט געזאָגט „דער קאָפּ פֿון שעמישן איז טמא געװאָרן!“ און װידער אַ מאָל „זײַן קאָפּ איז טמע געװאַרן, עס איז גענוג“. און עפּעס אַן אָװנט — זעט נאָר! — איז געװען שמוץ אױפֿן קאָפּ פֿון טשו־בון אױך, און דער זאַך איז געשפּירט געװאָרן שעמישן.
ס׳איז נישט מיט די געטער װי מיט מענטשן. מיר זײַנען אין כּעס מיט אַן אַנדער און דרײען זיך נאָך אַװעק פֿון אונדזער כעס, אָבער דער ירגזון פֿון די געטער געדײַעט. טשו־בו האָט געדענקט און שעמיש האָט נישט פֿאַרגעסן. זײ האָבן געשמועסט װי מיר שמועסן נישט, שטילערהײט, אָבער יעדער איז דעם אַנדערן געהערט געװאָרן, און נישט זײַנען געװען זײערע מחשבֿות װי אונדזערע מחשבֿות. מיר טאָרן נישט זײ מישפּטן בלױז דורך מענטשלעכע מדרגות. אַ גאַנצע נאַכט האָבן זײ געשמועסט און אַ גאַנצע נאַכט געזאָגט בלױז די אָ װערטער: „שמוציקער טשו־בו“, „שמוציקער שעמיש“. „שמוציקער טשו־בו“, „שמוציקער שעמיש“, אַ גאַנצע נאַכט. זײער ירגזון האָט זיך נישט געהאַט אױסגעמאַטערט צו קאַיאָר, און נישט דער נישט יענער האָט זיך נישט געהאַט אױסגעשעפּט פֿון זײַן באַשולדיקונג. און ביסלעכװײַז האָט טשו־בו זיך געכאַפּט אַז ער איז געװען נישט מער װי דער גלײַכער פֿון שעמישן. אַלע געטער זײַנען קינאהדיק, אָבער די דאָזיקע גלײַכקײט מיטן אױפֿגעקומענעם קנאַקער שעמישן, אַ זאַך פֿון אױסגעפֿאַרבט װײַס האָלץ, אַ הונדערט יאָר נײַער פֿון טשו־בון, און דאָס גאָטסדינסט געגעבן שעמישן אין טשו־בוס אײגענעם היכל, זײַנען געװען באַזונדערש גאַליק. טשו־בו איז געװען קינאהדיק אַפֿילו בתּורת אַ גאָט, און װען דינסטיק איז געקומען, דער דריטער טאָג פֿון שעמישעס גאָטסדינסט, האָט טשו־בו געקענט עס שױן נישט איבערטראָגן. ער האָט געמײנט אַז ער מוז מגלה זײַן זײַן כּעס װיפֿל סע זאָל נישט אָפּקאָסטן, און ער איז צוריקגעקומען מיטן גאַנצן התלהבֿות פֿון זײַן רצון אױפֿצוטאָן אַ קלײן ערד־ציטערניש. די מתפּללים זײַנען נאָר װאָס אַװעק פֿון זײַן היכל װען טשו־בו האָט באַשלאָסן זײַן רצון בײַ זיך אױסצופּועלן דעם אָ נס.
פֿון צײַט צו צײַט האָט זײַנע התבוננותן צעשטערט יענץ איצט־באַקאַנט װערטל „שמוציקער טשו־בו“ אָבער טשו־בו האָט געװאָלט אַכזריותדיק, נישט אַפֿילו זיך אָפּשטעלנדיק כּדי צו זאָגן װאָס ער האָט געבענקט נאָך זאָגן און האָט שױן געזאָגט נײַן הונדערט מאָל, און אָט־אָט האָבן אַפֿילו די אָ איבעררײַסן זיך אױפֿגעהערט.
זײ האָבן זיך אױפֿגעהערט װײַל שעמיש איז צוריק צו אַ פּראָיעקט װאָס ער האָט קײן מאָל נישט אױף זיכער פֿאַרװאָרלאָזן, דעם װעלעניש זיך צו באַשטעטיקן און זיך צו דערהײבן איבער טשו־בון דורך אָפּריכטן אַ נס, און דער ראַיאָן זײַענדיק װוּלקאַניש, האָט ער אױסגעקליבן אַ קלײן ערד־ציטערניש פֿאַר דעם נס װאָס אַ קלײנער גאָט קען גרינגסט אױספּועלן.
גוט, אַן ערד־ציטערניש װאָס צװײ געטער האָבן באַפֿױלן האָט טאָפּל די מעגלעכקײט פֿון אױספֿאָלגונג װי װען אײנער עס װיל, און אַן אָן־אַ־שיעור גרעסער מעגלעכקײט װי װען צװײ געטער ציִען אין פֿאַרשײדענע ריכטונגען; למשל, נעמענדיק דעם פֿאַל פֿון עלטערע און גרעסערע געטער, װען די זון און לבֿנה ציִען אין דער זעלביקער ריכטונג האָבן מיר די גרעסטע ים־פֿלײצן.
טשו־בו האָט נישט געװוּסט גאָרנישט מכּוח דער טעאָריע פֿון ים־פֿלײצן, און איז געװען צופֿיל פֿאַרנומען מיט זײַן נס צו באַמערקן װאָס טוט שעמיש. און פּלוצעם איז דער נס געװאָרן אַן אױסגעפּועלטער.
עס איז געװען אַ גאָר אָרטיק ערד־ציטערניש, װײַל סע זײַנען דאָ אַנדערע געטער פֿון טשו־בון אָדער אַפּילו שעמישן, און עס איז געװען נאָר אַ קלײנס װאָס די געטער האָבן געװאָלט, אָבער עס האָט אָפּגעלאָזט עטלעכע מאָנאָליטן אין אַ קאָלאָנאַדע װאָס האָט אונטערגעהאַלטן אײן זײַט פֿונעם היכל, און די גאַנצקײט פֿון אײן מױער איז אַרײַנגעפֿאַלן, און די נידריקע כאַטעס פֿון די מענטשן פֿון יענער שטאָט זײַנען אַ ביסל געטרײסלט געװאָרן און אַ פּאָר פֿון די טירן זײערע האָבן זיך פֿאַרהאַקט אַזױ אַז מ׳האָט נישט געקענט זײ עפֿענען; עס האָט געניגט, און אױף אַ רגע האָט עס זיך אױסגעדאַכט אַז דאָס איז געװען אַלץ; אי טשו־בו אי שעמיש האָבן נישט באַפֿױלן אַז עס זאָל זײַן מער, אָבער זײ האָבן געלאָזט אין גאַנג אַן אַלט געזעץ עלטער פֿון טשו־בון, דאָס געזעץ פֿון שװערקראַפֿט װאָס יענע קאָלאָנאַדע האָט אײַנגעהאַלטן אַ הונדערט יאָר, און דער היכל פֿון טשו־בון האָט געציטערט און דערנאָך אײַנגעשטאַנען, זיך געװאַקעװעט און אַראָפּגעװאַרפֿן געװאָרן, אױף די קעפּ פֿון טשו־בון און שעמישן.
קײנער האָט אים נישט װידער אױפֿגעגעבױט, װײַל קײנער האָט זיך דערװעגט זיך צו דערנעענטערן צו אַזעלכע מוראדיקע געטער.
אַ טײל האָבן געזאָגט אַז טשו־בו האָט אױסגעאַרבעט דעם נס, אָבער אַ טײל האָבן געזאָגט שעמיש, און פֿונדערפֿון איז אַ סכיזמע געבױרן געװאָרן. די שװאַך־ליבהאַרציקע, באַאומרויִקט פֿון דער ביטערקײט פֿון קאָנקורירנדיקע כּיתּות, האָבן געזוכט פּשרה און געזאָגט אַז בײדע האָט אים אױסגעאַרבעט, אָבער קײנער האָט נישט אָנגעשטױסן זיך אינעם אמת אַז מ׳האָט געטאָן דעם זאַך אױס קינאה־שׂינאה.
און אַ װערטל איז ניצמח געװאָרן, און בײדע כּיתּות האָבן געהאַלטן בשותּפֿות בײַ אים אַז װער נאָר רירט טשו־בון אָן װעט שטאַרבן, און װער נאָר קוקט אָן שמישן.
דאָס איז װי אַרום איז טשו־בו געקומען אין מײַן פֿאַרמאָגן װען איך בין אַרומגעפֿאָרן הינטער די בערג פֿון טינג. איך האָב אים געפֿונען אינעם געפֿאַלענעם היכל פֿון טשו־בון מיט זײַנע הענט און פֿינגער אַרױסגעשטעקט אַרױף פֿונעם אָפּפֿאַל, ליגנדיק אױף זײַן רוקן, און אין אָט דער אָ האַלטונג, פּונקט װי איך האָב אים געפֿונען, לאָז איך אים בײַ זיך, װײַל אַזױ איז ער װײניקער עלול זיך איבערגעקערט װערן. שעמיש איז געװען אײַנגעבראָכן, איז איך האָב אים פֿאַרלאָזן װוּ ער איז געװען.
און ס׳איז דאָ עפּעס אַזױ אומבאַהאָלפֿן בנוגע טשו־בון מיט זײַנע דיקע הענט אַרױסגעשטעקט אינעם לופֿט אַז אַ מאָל װער איך איבערגענומען פֿון רחמנות און איך פֿאַרבײג זיך פֿאַר אים און תּפֿילה טאָן, זאָגנדיק „אָ טשו־בו, דו װאָס האָט געשאַפֿן אַלץ, העלף דײַן משרת“.
טשו־בו קען נישט טאָן קײן סך, הגם איך בין זיכער אַז אײן מאָל האָט ער מיר געשיקט אַ קאָזער־טױז אין אַ ברידזש־שפּיל נאָך דעם װאָס איך האָב נישט דעם גאַנצן אָבענד געהאַלטן אַ קאָרט װאָס איז װערט דאָס האַלטן. און דאָס מזל אַלײן האָט געקענט דאָס טאָן פֿאַר מיר. אָבער איך זאָג דאָס נישט טשו־בון.